דעם שמועס איז געווען נאך דעם וואס יענטא חנה האט אפאר חדשים נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו רעדן מיט איינע פון אירע חברט'עס אין קרית בבל, און יוכבד פריידא האט מצליח געווען אנצוקומען צו איר דורך א שפיצל, דורך דעם וואס זי האט זיך געמאכט פאר יענטא חנה'ס מאמע אז זי איז א אנדערע מיידל וואס מען האט פארשיקט פון לב טהור נישט לאנג צוריק. 

די בענקשאפט וואס מען זעהט אין אירע ווערטער איז זייער שווער צו מסביר זיין, נאר מיט דאס גוט אויסהערן וועט מען דאס קענען פארשטיין.